דייטשלאנד – נעכטן האט די דייטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל באקומען גוטע נייעס, ווען די "סאציאלע דעמאקראטן" פארטיי פירער האבן געשטימט אנצוהייבן דירעקטע געשפרעכן זיך אנצושליסן אין א קאאליציע מיט מערקעל'ס קאנסערוואטיווע פארטיי. מערקעל האט מיט א האלב יאר צוריק געוואונען ווידערוויילונג אלס קאנצלער, אבער איר פארטיי איז נישט אריינגעקומען גענוג שטארק צו קענען אליינס אנהאלטן קאנטראל פון דער רעגירונג, וואס האט געברענגט אומסטאביליטעט אין לאנד, ווייל די צווייט-גרעסטע פארטיי אונטער מערקעל'ס – נעמליך די "סאציאלע דעמאקראטן" – האבן אין אנהייב געהאט געזאגט אז זיי ווילן זיך נישט אנשליסן מיט מערקעל אין א קאאליציע, נאר זיי האפן אז מערקעל וועט דורכפאלן און נישט צוזאמשטעלן א קאאליציע, און דאן וועלן זיי אריינקומען. אצינד האבן זיי אפיציעל צוריקגעדרייט און זיי וועלן אנהייבן די געשפרעכן צו פארמירן א קאאליציע מיט מערקעל, ראטעווענדיג מערקעל'ס מאכט.

בילד: מארטין שולץ, סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל