אפגאניסטאן – די טאליבאן האט דורכגעפירט א ברוטאלע און פארצויגענע טעראר אטאקע, אויפ'ן באקאנטן "אינטערקאנטינענטאל האטעל" אינעם אפגאנער הויפטשטאט קאבול, וואו זיי האבן אריינגעשטורעמט זייענדיג אנגעקליידט אין פאלשע אפגאנער מיליטערישע מונדירן. די טאליבאנער טעראריסטן האבן זיך געדרייעט אין די קארידארן, אויפגעבראכן צימערן לענגאויס אלע שטאקן פונעם האטעל, און געצילט בעיקר צו טרעפן אויסלענדישע געסט, ווי ס'איז באקאנט אז דער ספעציפישער האטעל ווערט שטארק גענוצט דורך אויסלענדישע, אריינגערעכנט טוריסטן, זשורנאליסטן און באאמטע פון רעגירונגען איבער דער וועלט. אלעס אינאיינעם האבן די טאליבאנער טעראריסטן אטאקירט דעם האטעל פאר דרייצן שטונדן, אויסטוישנדיג פייער מיט דעם אפגאנער מיליטער וועלכע האט באלאגערט די געביידע. נאך 13 שעה, איז דער האטעל באפרייט געווארן, מיט'ן טויט פון זעקס טעראריסטן. די אטאקע האט געקאסט 18 קרבנות, אריינגערעכנט 14 אויסלענדישע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל