סאן פראנציסקא – די צוויי גרעסטע אמעריקאנער לופטליניעס, דעלטא עירליינס און אמעריקען עירליינס, האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט אן אפמאך צווישן זיך, אז אין פעלער פון שטורעמס אדער אנדערע סיטואציעס, וואס ברענגט אז זייערע פאסאזשירן זאלן ווערן געשטראנדעט צוליב אפגעשאפענע פליגערס, וועלן זיי זיך איינער דעם צווייטן ארויסהעלפן און איבערנעמען יענעמ'ס פאסאזשירן און זיי פירן צו זייערע דעסטינאציעס פאר אומזיסט. די צוויי לופטליניעס האבן געהאט אזא אפמאך פאר לאנגע יארן, אבער דעלטא האט זיך ארויסגעצויגן דערפון אין יאר 2015 נאכדעם וואס זי האט געזען אז עס בענעפיטירט מער די אמעריקען עירליינס ווי איר. אצינד, נאך צוויי יאר פון טראוועל קריזיסן, מיט עטליכע מאסיווע קורצשלוסן אין וויכטיגע לופטפעלדער, און שווערע וועטערס, וואס האבן געברענגט נעגאטיווע דעקונג פאר אוויאציע בכלל, האבן די צוויי לופטליניעס מסכים געווען צוריק צו באנייען דעם דיעל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל