פלארידע – א 23 יעריגער היימלאזער האט זיך אריינגעכאפט אין א 2.5 מיליאן דאלאר פאלאץ וואס די באנק האט פארקלאוזשערט דערויף, און האט זיך דערקלערט אלס דער לעגאלער אייגנטימער דערפון. עס האנדלט זיך פון א טייערע 7,522 סקווער פוסיגע היים אין ארלאנדא, פלארידע, וואס די באנק אוו אמעריקע האט אוועקגענומען פונעם אייגנטימער אין א פארקלאוזשער פראצעדור. דער 23 יעריגער אנדרעי לאקי האט זיך אריינגעכאפט אין דער היים, און דערקלערט אז ער איז דער באלעבאס דערפון, לויט אן אור-אלטן פלארידע געזעץ וואס ער האט פאלש פארטייטשט. אינצווישן זענען די מיליאנערסקע שכנים ברוגז אויף דעם שנארער וועלכער האט זיך אזוי אומפארהאפט באזעצט צווישן זיי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל