דער אינטערנעט-ריטעיל ריז, 'עמעזאן', וויל זיך צוזאמשטעלן מיט 'דזשי-פי מארגן' און 'בערקשייער' צו גרינדן אינאיינעם א געזונטהייט-אינשורענס פירמע פאר זייערע אנגעשטעלטע.

די דריי פירמעס, וועלכע פארמאגן די מערסטע ארבעטערס אין די פאראייניגטע שטאטן, צילן מיט דעם געפלאנטן מאדעל צו רעדוצירן די קאסטן פון געזונט-אינשורענס פאר די אנגעשטעלטע, אראפצוברענגען די קאסטן צו א "מעסיגן סכום."

די סטאק-שעירס פון עטליכע גרויסע אינשורענס פירמעס אין די פאראייניגטע שטאטן זענען געפאלן מיט פינף פראצענט אין רעאקציע צו די נייעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

Post a Comment

Previous Post Next Post