דער ניו יארקער געזונטהייט דעפארטמענט האט פארעפנטליכט א פלאן צו אינסטולירן דריי-הונדערט בלוט-דרוק סטאנציעס, ביי וועלכע מענטשן וועלן זיך קענען מעסטן דעם בלוט-דרוק אומזיסט.

די מאשינען וועלן נעמען דעם בלוט-דרוק, און אפשיקן די אינפארמאציע צו דעם דעפארטמענט, וואו די דאטא וועט אנאליזירט ווערן.

דער פראיעקט, וואס וועט אפקאסטן 1.8-מיליאן דאלאר, קומט מיט'ן ציל פון ראטעווען לעבנס, אז מענטשן זאלן קענען זען ווען דער בלוט-דרוק דערגרייכט געפארפולע ציפערן.

דער דעפארטמענט האט נאכנישט פארעפנטליכט די פינקטליכע פלעצער וואו די מאשינען וועלן אוועקגעשטעלט ווערן, אבער האט געזאגט אז זיי וועלן זיין אין פאמעסיס און שטאטישע בנינים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל