אמאן – די רעגירונג אין ירדן האט נעכטן געמאלדן, אז זיי האבן סוקסעספול אויפגעבראכן אן אייסיס טעראר צעל אין לאנד, און דורך דעם האבן זיי פארמיטן א סעריע טעראר אטאקעס. ירדנ'ער פאליציי אפיצירן האבן ארעסטירט זיבעצן טעראר פארדעכטיגטע אין די לעצטע פאר טעג, וואס די זיבעצן האבן באלאנגט צום געהיימען טעראר צעל. לויט דער ירדנ'ער רעגירונג, האבן די זיבעצן פלאנירט א סעריע טעראר אטאקעס אויף גרויסע שאפינג צענטערן איבער'ן לאנד, און באזונדער צו צילן מעסיגע מוסולמענער רעליגיעזע פירער מיט אטענטאטן, און אויך אומצוברענגען ערוויילטע באקאנטע פאליטישאנס. די פאליציי האבן קאנפיסקירט הויפנס וואפנס און אויפרייס מאטעריאל, בשעת'ן ארעסטירן די טעראר פארדעכטיגטע.

בילד: ירדן ברעכט אויף  אייסיס טעראר צעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל