וואשינגטאן – דער "וואשינגטאן פאוסט" האט נעכטן באריכטעט, אז דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, וועט נעמען פרעזידענט טראמפ פאר א דירעקטער אויספארשונג און אינטערוויו, און דאס קען פאסירן אין די גאר נאענטע וואכן.

דער באריכט ברענגט נאך פון קוועלער וואס זענען נאענט און באקאנט מיט דער אויספארשונג, און לויט זיי איז מוללער געזעסן פארלאפענעם דעצעמבער מיט טראמפ'ס לאיערס דזשאן דאוד און דזשעי סעקולא, און ער האט דאן געזאגט פאר די לאיערס אז ער וויל אויספרעגן טראמפ דירעקט, אלס טייל פון דער אויספארשונג.

ווי ווייסע הויז אנאנימע קוועלער זאגן, איז טראמפ זייער באקוועם און רואיג צו ווערן אויסגעפרעגט דורך מוללער אדער זיינע געהילף-פראקורארן. דערווייל ווארט מען אז מוללער און טראמפ'ס לאיערס זאלן אפשמועסן די דעטאלן פון דער אויספארשונג, צי עס זאל פארקומען אין ווייסן הויז, און אזוי אנדערע לאגיסטישע דעטאלן.

בילד: פרעזידענט טראמפ וועט אויסגעפרעגט ווערן דורך ראבערט מוללער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל