פרעזידענט טראמפ האט אויסגעוועלט צו ווידמען זיינע ערשטע טוויטס אינעם נייעם קאלענדער יאר צו שארף אראפרייסן די רעגירונג אין פאקיסטאן, שרייבנדיג ״אמעריקע האט שוין געגעבן פאר פאקיסטאן אין די לעצטע 15 יאר איבער 33 ביליאן דאלער, מיר האבן גארנישט באקומען פון זיי אויסער ליגנט און פארפירעניש״ צולייגנדיג א שארפע באשולדיגונג אז זיי שענקן שוץ און באהעלטעניש פאר טעראריסטן וועלכע אמעריקע פרובירט צו כאפן אין אפגאניסטאן.

דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער פרעזידענט דרוקט אויס זיין אנטריסונג מיט די דאפלטע שפיל וואס פאקיסטן שפילט מיט אמעריקע, ווען פון איין זייט איז זי אפיציעל אנגעשלאסן אין די קאאליציע צו באקעמפו טעראר, אבער אינערהאלב די רייען פון איר מיליטער און שפיאנאזש דינסט געפונען זיך פילע טעראר סימפאטיקער און פילע טעראריסטן באקומען שטיצע פון די העכסטע פענסטער אין איר רעגירונג.

א באריכט אין די ניו יארק טיימס האט מיט עטליכע טעג צוריק געוויסט צו זאגן אז דער פרעזידענט האט פארארדנט צו איינפרירן 225 מיליאן דאלער אין הילפס געלטער וואס האט געזאלט גיין פאר פאקיסטאן, און דער פרעזידענט קלערט ערנסט פון גענצליך אפהאקן הילף פאר פאקיסטאן ווילאנג זיי טוען נישט גענצליך אפהאקטן פארבידנוגנען מיט טעראר גרופעס און ארגאניזציעס, ספעציעל אזעלכע גרופעס וועלכע פירן דורך טעראר אטאקעס קעגן אינדיע.

די באציאונגען מיט פאקיסטן ווערן באטראכט צו זיין א גאר קאמפליצירטע אויסערן פאליסי צוגאנג, און אמעריקאנער אדמינסטראציעס האבן ביז יעצט אויסגעוועלט צו ״פארמאכן אן אויג״ אויף געוויסע זאכן וואס פאקיסטאן האט געטון, וויבאלד פאקיסטאן זיצט אויף א פלאץ וועלכע איז געאגראפיש קריטיק פאר אמעריקע צו האבן צוטריט, און אויך נעמנדיג אין באטראכט אז זי איז א נוקלעארע מאכט און אמעריקע זוכט נישט אז זי זאל זיך אנשליסן אין די קאאליציע פון איראן און נארט קארעא.

דער פרעזידענט האט שוין מיט עטליכע מאנאטן צוריק אנאנסירט זיין פאליסי איבער אפגאניסטאן אין וועלכע ער האט פארשפראכן צו ווערן מער שטרענג צו פאקיסטאן, די יעצטיגע אויפברויז פונעם פרעזידענט פאלגט נאך באריכטן אז פאקיסטאן שענקט אפיציעל שטיצע פאר טאליבאנער פירער וועלכע אנטלויפן פון אפגאניסטאן, און לויט נאט״א האט פאקיסטאן נישט געטוישט איר אופפירונג טראץ מאסיווע דרוק פון אמעריקע.

בילד: פרעזידענט טראמפ נוצט שארפע רעטאריק קעגן פאקיסטאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל