א שוידערליכע טראגעדיע האט נעכטן פאסירט, ווען א פריוואטער דזשעט מיט צען רייזנדע און צוויי מאנשאפט מיטגלידער האט אראפגעקראכט אין צפון קאסטא-ריקא. דער פליגער איז ארויף אין פלאמען און אלע רייזנדע זענען אומגעקומען. אויפ׳ן פליגער האבן זיך געפונען א גרופע פון צען אמעריקאנער טוריסן, וועלכע זענען אומגעקומען אינאיינעם מיט די צוויי פילאטן.

צווישן די טוריסן האבן זיך געפונען די פינף מיטגלידער פון די סטיינבערג פאמיליע: דער טאטע ברוס סטיינבערג, א מיטגליד אין די אידישע געמיינדע אין סקארסדעיל, ניו יארק, אינאיינעם מיט זיין ווייב און דריי קינדער. זיי געווען אויפ׳ן וועג פאר א פאמיליע אויספלוג צו די וואסער ברעגעס און טראפישע וועלדער אין קאסטא ריקא.

מיטגלידער אין די ארטיגע געמיינדע האבן שטארק באוויינט די פאמיליע, און באצייכנט דעם פארפאלק אלס גאר פיינע מענטשן, וועלכע זענען געווען אינסטרומענטאל אין פארשידענע געמיינדע איניציאטיוון און וואוילטעטיגע צוועקן.

דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין וועלכן ער באדויערט די טראגעדיע און פארשפרעכט צו קאארדינירן די אויספארשונג מיט די ארטיגע אויטאריטעטן, צו דערגיין די אורזאך פונעם קראך.

בילד: די פליגער קראך

מאפע: די פליגער קראך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל