אין א פרואוו צו שניידן דעם סטעיט-בודזשעט, האט גאווערנאר קאומא פארגעשלאגן א פלאן צו באפרייען פון טורמע עלטערע ארעסטאנטן וואס פלאגן זיך מיט ערנסטע געזונט-פראבלעמען.

לויט דעם פלאן, וואס איז נארוואס אויפגעברענגט געווארן, וועלן ארעסטאנטן העכער די 55 יאר, וואס ליידן אויף "כראנישע, ערנסטע געזונט פראבלעמען" און קענען זיך נישט אפגעבן מיט די אייגענע געברויכן פרייגעלאזט ווערן פון תפיסה, כדי צו שפארן די ריזיגע הוצאות וואס דאס קאסט אפ פאר דער סטעיט.

כדי צו קענען באפרייט ווערן, וועלן יענע מוזן האלטן נאכ'ן אפדינען כאטש העלפט פון זייער טערמין. מערדערס און די מיט לעבנסלענגליכע תפיסה-אורטיילן וועלן זיין אויסגעשלאסן פון דער פראגראם.

די סטעיט-טורמע סיסטעם פארמאגט ארום צען-טויזנט ארעסטאנטן וואס זענען 55 יאר און העכער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל