ביי א פארזאמלונג אין אלבאני נעכטן, האט ברוקלין אסעמבלימאן טשארלס באראן גערופן דער פירערין פון דער שטאטישער האוזינג אויטאריטי אפצוטרעטן פון אמט, נאך דעם וואס אן אויספארשונג האט געוויזן אז זי האט פאלש באריכטעט אונטערזוכונגען אויף 'לעד' אין שטאטישע דירות.
שאלא אלאטאיע האט באשטעטיגט מיט איר אונטערשריפט, אז אלע שטאטישע דירות זענען אונטערזוכט געווארן פאר דעם שעדליכן לעד-סובסטאנץ, וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין שקר.
ביי דעם מיטינג זענען אויפגעקומען מערערע פראבלעמען וואס פלאגן די שטאטישע דירות אין צוגאב צו לעד, ווי שוואכע איינריכטונגען, ווי אויך דער קריזיס מיט אויסשאלטערטע הייצונג דורכאויס די ביטערע פרעסטן סוף פאראיאר און אנהייב היי-יאר.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה