קאירא – נעכטן האט דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט, מייק פענס, אנגעהויבן זיין רייזע אינעם מיטל מזרח ראיאן, וואו ער האט צום ערשט באזוכט אין עגיפטן ביים ארטיגן פרעזידענט, אבדול פאטאח על-סיסי. ס'איז דארט געווען קודם אביסל דראמא, ווען די עגיפטישע פאליציי האבן נישט געוואלט צולאזן די אמעריקאנער זשורנאליסטן צו הערן די געשפרעכן צווישן פענס און על-סיסי, אבער נאכדעם וואס פענס האט אינטערווענירט, זענען די פאליציי געווען געצוואונגען צו לאזן די זשורנאליסטן זיין אנוועזנד. פענס האט געזאגט פאר על-סיסי, אז אמעריקע שטייט האנט ביי האנט מיט עגיפטן, און טראץ די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן אמעריקע און עגיפטן איבער דער סטאטוס פון ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, זענען די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער גאר שטארק. פענס האט באזונדער געזאגט אז אמעריקע שטיצט ווייטער די "צוויי שטאטן" לעזונג פאר'ן פאלעסטינער-איזראעלי קאנפליקט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל