איסטאנבול – דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט נעכטן געמאלדן, אז זיין מיליטער האט אנגעהויבן באמבארדירן דעם אפרין פראווינץ אין סיריע, אין הארץ פון דעם קורדיש-קאנטראלירטן ראיאן אין סיריע, מיט'ן ציל אונטערצודרוקן די קורדישע קרעפטן וועמען טערקיי באטראכט אלס אן עקזיסטענץ-געפאר קעגן טערקישע זעלבסטשטענדיגקייט. די באמבארדירונגען פון טערקישן מיליטער קעגן די קורדישע רעבעלן האט געברענגט אינטערנאציאנאלע אנגעצויגנקייט, וויבאלד די רעבעלן ווערן געשטיצט דורך דעם אמעריקאנער מיליטער אין זייערע קאמפן קעגן דעם סירישן אסאד רעזשים, און אפילו רוסלאנד – וועלכע איז לעצטנס נענטער געווארן מיט טערקיי – איז ארויסגעקומען און פארדאמט די טערקישע באמבארדירונגען אויפ'ן אפרין פראווינץ. דער אסאד רעזשים האט אויך געזאגט אז זיי פארדאמען די באמבארדירונגען און פארלאנגען א באלדיגן אפשטעל פון טערקיי'ס שריט.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל