ניו יארק סיטי – הונדערטער נייע שוץ-באריקאדן וועלן פערמאנענט אינסטאלירט ווערן אין טיימס סקווער און אין אנדערע וויכטיגע לאקאלן איבער דער סיטי, אלס טייל פון די שטאטישע רעגירונג'ס שריט צו בלאקירן טעראריסטן פון דורכפירן קאר אטאקעס. די סיטי וועט אויסגעבן פופציג מיליאן דאלאר אויף א סעריע נייע טעראר-שוץ סיסטעמען, אין שאטן פון דער ווילדער קאר אטאקע, וואס האט פאסירט מיט עטליכע מאנאטן צוריק ביים וועסט-סייד הייוועי, און א הויפט טייל פונעם פראיעקט וועט זיין דאס אינסטאלירן פופצן הונדערט נייע מעטאלענע באריקאדעס – לויט א מעלדונג פון מעיאר דעבלאזיא, אינאיינעם מיט פאליציי קאמישאנער דזשעימס אניעל און אנדערע שטאטישע באאמטע נעכטן.

בילד: באריקאדן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל