וואשינגטאן – די פעדעראלע טראנספארטאציע סעקרעטארין אילעין טשאו האט נעכטן ארויסגעשיקט א בריוו, מיט א פארלאנג צו אלע באן פירמעס און טראנזיט אגענטורן איבער'ן לאנד, אז זיי זאלן אונטערנעמען באלדיגע שריט, צו אינסטאלירן די לעבנסוויכטיגע "פאזיטיוו טרעין קאנטראל" טעכנאלאגיע אויף אלע שינעס און באנען, צו פארמיידן פאטאלע אינצידענטן. דער פארלאנג קומט אלס רעזולטאט פונעם פאטאלן עמטרעק באן אינצידענט וואס האט פאסירט מיט צוויי וואכן צוריק אין וואשינגטאן סטעיט, ווען א באן איז אראפגעפארן פון א בריק, ברענגענדיג 3 פאטאליטעטן.

די "פאזיטיוו טרעין קאנטראל" טעכנאלאגיע ערלויבט די באן אליינס אראפצונידערן איר גאלאפ, ווען עס שפירט אז עס פארט צו שנעל, און דאס איז וויכטיג אין פאל דער דרייווער האט פארלוירן זיין קאפאציטעט צו קאנטראלירן דעם באן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל