א ווארטזאגער פון דער רעגירונג פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, האט אין א סטעיטמענט שארף אראפגעריסן די רעגירונג פון קאטאר, זאגנדיג אז זי טוט שטערן די לופט-טראפיק פאר פליגערס פון די עמיראטן, און אז אין צוויי באזונדערע פעלער האבן מיליטערישע פליגער פון קאטאר ארומגערינגלט פליגערס וועלכע זענען געווען אויפ׳ן וועג קיין אבו-דאבי און קיין באכרעין. קאטאר ווארפט שארף אפ די באשולדיגונג אלס ״גענצליך פאלש״ און זאגט אז ס'איז פארקערט, ווייל צוליב די בלאקאדע וואס סאודי אראביע און די עמיראטן האבן ארויפגעלייגט אויף איר, קענען אירע פליגער נישט פארן געהעריג און זיי מוזן פליען דורך איראן אדער טערקיי וואס פארלענגערט אירע פלי רייזעס, קאטאר האט שוין אריינגעגעבן פארמעלע קלאגעס דערוועגן צו אינטערנאציאנאלע קערפערשאפטן וועלכע רעגולירן אוויאציע. דער קאנפליקט צווישן די לענדער האט זיך פארערגערט אין די לעצטע טעג, נאכדעם וואס א שעיך פון קאטאר האט ארויסגעלייגט א ווידעא אין וועלכע ער זאגט אז ער ווערט פארהאלטן אין אבו-דאבי קעגן זיין ווילן, און די ארטיגע רעגירונג טוט עס גענצליך אפלייקענען.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל