אין די פראמינעטע ״אסאשיעטעד פרעסע״ איז נעכטן ערשינען א לענגערע אפהאנדלונג איבער דעם אייגנארטיגן אידישן מוזעאום ״עמוד אש״, וועלכע איז געפלאנט צו ווערן פלאצירט אין בארא פארק, און געפינט זיך אצינד אין א צייטווייליגע לאקאציע אין דער מיל בעיסין געגנט. דער באריכט לייגט אראפ וויאזוי די מוזעאום שיינט א ליכט אויף די אומבאגרייפליכע מסירת נפש פון די אידן צו היטן תורה און מצוות אונטער די סאמע ביטערע אומשטענדן ביי דער צווייטער וועלט קריג, און זייער שטארקע אמונה און בטחון, טראץ די פינסטעניש אין וועלכע זיי האבן זיך געפונען. אנדערש ווי אנדערע מוזעאומס, וועלכע זענען מער קאנצעטרירט אויף די ברוטאליטעטן און גרוילטאטן פון די רשעים ימ״ש, ברענגט דער מוזעאום ארויס די גבורה און שטארקייט פון די ערליכע אידן ביים קריג. עס זענען דארט פארהאן טאג-ביכער וואס אידן האבן געשריבן אין לאגער, פול מיט תורה און יראת שמים, חפצים ווי תפילין און ציצית וואס אידן האבן דארט געהאלטן מיט מסירת נפש. אינעם באריכט ווערט ציטירט דער אנפירער פונעם מוזעאום, ר׳ שלום פרידמאן, וועלכער זאגט אז דער מוזעאום וועט זיך אריבערציען אין א לאקאל אין בארא פארק, וועלכע וועט געבויעט ווערן פאר דער סומע פון 11 מיליאן דאלאר און וועט זיין געצילט צו פארציילן די געשיכטע פונעם האלאקאוסט פון אן ערליכן שטאנדפונקט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל