אין א שריט וואס רוסלאנד רופט אן ״ביליגע פראוואקאציע״, גייען פאראויס די שטאטישע-אינסטאנצן אין וואשינגטאן די-סי מיט א פלאן צו טוישן דעם נאמען פון דער גאס וואו ס'געפינט זיך די רוסישע אמבאסאדע, נאך דעם פראמינענטן אנטי-פוטין אקטיוויסט און אידישער פאליטיקאנט באריס נעמסטאוו. דער טויש ווארט אצינד אויף דער באשטעטיגונג פונעם מעיאר מוריאל באוסער.

נעמנאוו האט געדינט אלס דעפיוטי פרעמיער מיניסטער אין די ניינציגער יארן אונטער'ן רוסישן פרעזידענט יעלצין, אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען א גאר אויסגעשפראכענער קריטיקירער פונעם פוטין רעזשים, ביז יאר 2015 ווען ער איז דערמארדעט געווארן פארנט פונעם קרעמלין אין מיטן העלן טאג, אין איינע פון די מערסט באקאנטע פאליטישע אטענטאטן אין דער פוטין עפאכע. נעמסטאוו'ס מארד איז א פלעק אויפ'ן פוטין רעזשים, וועלכע לייקנט צו האבן דערין א ראלע, און דאס געבן א נאמען פאר דער גאס נאך נעמסטאוו רופט ארויס צארן אינעם קרעמלין, און קרעמלין'ס ווארטזאגער פאר אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן האט עס אנגערופן: ״נאריש, פראוואקאטיוו און האט איין איינציגן ציל צו באליידיגן רוסלאנד״.

די געזעץ

בילד: די אמבאסאדע

בילד: באריס נעמסטאוו

מאפע: די אמבאסאדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל