א קריזיס איז אנטשטאנען נעכטן צווישן יאפאן און כינע, נאכדעם וואס מאסיווע כינעזער מיליטערישע שיפן, באגלייט דורך א סובמארין, האבן געאנקערט ביי אן אינזל אינעם מזרח כינעזער ים, וועלכע איז אונטער דע-פאקטא קאנטראל פון יאפאן. דער יאפאנעזער אויסערן מיניסטער האט געלאדנט דעם כינעזער אמבאסאדאר קיין טאקיא און פארלאנגט אן ערקלערונג.

די פראגע איבער וועמען עס באלאנגט טעראטאריע אינעם כינעזער ים איז אין צענטער פון א לאנג יעריגע דיפלאמאטישע קאנפליקט צווישן די צוויי לענדער, אין 2012 האט יאפאן אפגעקויפט די אינזלען פון פריוואטע אייגנטימער, אבער כינע אנערקענט נישט יאפאן'ס אייגנטימערשאפט און האלט אז די אינזלען זענען אין אירע טעריטאריאלע וואסערן. די שריט פון כינע ווערן באטראכט אלס זייער פראוואקאטיוו, און ס'איז מעגליך פארבונדן צום לעצטן מאסיוון וואפן פארקויף וואס איז באשטעטיגט געווארן פון אמעריקע פאר יאפאן, א זאך וואס וועט פארשטערקערן יאפאן'ס מיליטערישע האנט, און דעריבער רופט עס ארויס צארן פון כינע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל