אין די לעצטע טעג טוט זיך די טראמפ אדמינסטראציע ספראווען מיט א פלייץ פון אויפדעקונגען און אינערליכע באריכטן איבער די אדממיניסטראציע אין פארעם פון א נייעם בוך איבער די אדמינסטראציע. דער שרייבער, מייקל וואלף איז א דשורנאליסט וועלכער האט אין די לעצטע צוויי יאר אפגעהאלטן הונדערטער שמועסן און אינטערוויוס מיט צענדליגע איינגעשטעלטע אין די אדמינסטראציע און אזוי אויך מיטגלידער אין די אדמיניסטראציע, און ער מאל אראפ א גאר טונקעלן בילד איבער דעם אדמינסטראציע און ספעציעל איבער פרעזידענט טראמפ זעלבסט.

לויט׳ן בוך האט פרעזידענט טראמפ אייגנטליך זיך נישט געגרייט צו געווינען דעם פארמעסט מיט קלינטאן, און זיין האפענונג איז געווען אז די פארמעסט וועט אים געבן פאפולאריטעט וועלכע ער זאל קענען שפעטער אויסנוצן און עפענען א טעלעוויזיע נעץ, און עס טוט אנאליזירן די באציאונגען צווישן טראמפ און זיין פריינט און פאמיליע, און עס טוט ציטירן פאמיליע מיטגלידער וועלכע זאגן אויף אים גאר נעגאטיווע רייד און מאלן אים אראפ אלס אומסטאבילער מענטש וועלכער קען פארלירן קאנטראל און כאפן אויפרעגעניש אטאקעס. און אז די שטאב מיטגלידער און פאמיליע טוען באהאנדלן טראמפ ״ווי א קינד״ און טוען אים קאמפלימענטירן די גאנצע צייט.

דאס בוך האט געברענגט שטארקע אויפברויז אינעם ווייסן הויז, ספעציעל די פאקט אז דער בוך ציטירט נאנטע פריינט פונעם פרעזידענט וועלכע שטעלן זיין סטאביליטעט אונטער פראגע צייכן, און דער פרעזידענט האט געשריבן ״איך האב נישט אויטאריזירט צוטריט צום ווייסן הויז פאר מייקל וואלף, איך האב קיינמאל נישט גערעדט מיט אים, דאס בוך איז פול מיט ליגנטס, פארדרייטע פאקטן און קוועלער וועלכע עקזיסטירן נישט, קוק אויף דעם פארשוינ׳ס פארגאנגנהייט און ווארט צו זען וואס פאסירט צו אים צום שלימזל סטיוו בענאן״ אבער דאס ווייסע הויז ווארטזאגער האט אייגנטליך באשטעטיגט אז דער פרעזידענט האט יא גערעדט מיט וואלף, וועלכער פארמאגט באווייזן דערויף.

אדוואקאטן פון ווייסן הויז האבן אויך פרובירט צו נוצן לעגאלע מיטלן צו אפהאלטן דאס ערשיינונג פונעם בוך, שרייבנדיג א בוך צו די ארויסגעבער אז זיי וועלן אריינגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן זיי וויבאלד לויט זיי טוט דאס בוך אנטאהאלטן ליגנטס און פאנטאזיעס, אבער די ארויסגעבער זאגן אז זיי קענען איבערווייזן זייערע קוועלער און אז דאס בוך איז אקוראט.

בילד: טראמפ אדמיניסטראציע פרובירט צו אפהאלטן ערשיינונג פון פרישן בוך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל