די פעלקער פאראיין זיכערהייטס קאנסיל האלט אפ היינט א ספעציעלע זיצונג צו באהאנדלען דעם איראנער רעזשים׳ס אונטערדריקונג פון פראטעסטירער אין די לעצטע וואך, די פארשטייערין פון אמעריקע ניקי העילי האט פאררופן דעם זיצונג און זאגט אז וואס האט פאסירט אין איראן איז א מענטשן רעכט פארלעצונג וואס פארלאנגט א אינטערנאציאנאלע רעאקציע. אין די פראטעסטן האבן זיך באטייליגט צענדליגע טויזנטער איראנער, און פילע הונדערטער זענען ארעסטירט געווארן, פארוואונדעט געווארן, און 21 איראנער בירגער זענען אומגעקומען דורך די פאליצייאישע קרעפטן. די זיצונג וועט נאכפאלגן א אפיציעלע סטעיטמענט פון די מענטשן רעכט קאנסיל פונעם פעלקער פאראיין אין וועלכע זיי פארלאנגען פון איראן צו רעספעקטירן די פראטעסטירער און ענדיגן די אינטערנעט בלאקירונגען וועלכע זיי נוצן די אפהאלטן די פראטעסטירער פון זיך ארגאניזירן.

בילד: אמעריקע פאררופט זיצונג פון זיכערהייט קאנסיל איבער איראנער פראטעסטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל