עזה. – א בוך וואס גייט פובליצירט ווערן אין די נאענטע טעג, געשריבן דורכ'ן איזראעלישן זשורנאליסט רונן בערגמאן, דעקט אויף שאקירנדע דעטאלן איבער די פלענער און פרואוון וואס די ציוניסטישע רעגירונג האט אונטערגענומען אין לויף פון די יארן, פטור צו ווערן פונעם פאלעסטינער פירער יאסיר אראפאט.

ביז היינט זענען פארבליבן פארדאכטן און קאנספיראציעס, אז מדינת ישראל האט פאר'סמ'ט אראפאט מיט פּאלאניום און ער איז דערפון געשטארבן, אבער אינעם בוך ברענגט בערגמאן נאך פון קראנטע קוועלער פון דעם מדינת ישראל מיליטער, איבער עטליכע ספעציפישע אפעראציעס וואס זיי האבן געהאט אונטערגענומען קעגן אראפאט.

בערגמאן דערציילט איבער א פלאן וואס די סאמע העכסטע ציוניסטישע מיליטערישע פיגורן האבן געוואלט דורכפירן, אראפצושיסן א קאמערציאלן פליגער פול מיט אומשולדיגע פאסאזשירן, נאכ'ן באקומען באריכטן אז ס'איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז אראפאט געפינט זיך אויפ'ן פליגער.

דאס באדייט אין אנדערע ווערטער אז די ציונים זענען געווען גרייט צו פארגיסן בלוט פון אומשולדיגע פאסאזשירן, און מעגליך אפילו אידישע פאסאזשירן, אלעס אבי זיי זאלן קענען אומברענגען דעם פאלעסטינער פירער. ליידער פאר ערליכע אידן, וועלכע פארשטייען די סכנה און רציחה וואס שטעקט אין דער טומאה פון ציוניזם, און ווי ווייט ביי זיי איז אומשולדיג בלוט גענצליך הפקר, איז דאס בכלל נישט קיין נייעס.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל