פיאנגיענג – די קאמוניסטישע צפון קארעא האט נעכטן פובליצירט א לענגערן סטעיטמענט, אין וועלכע זיי האבן אדרעסירט "אלע קארעאער", רופנדיג פאר א פרידליכע פאראייניגונג פון צפון קארעא און דרום קארעא, אז ער זאל ווערן צוריק איין גרויסע קארעא, פונקט ווי עס איז געווען בעפאר מ'האט עס צעטיילט. דער פאזיטיווער און אפטימיסטישער סטעיטמענט זאגט אז אלע קארעאער זאלן ארבעטן אינאיינעם, האנדלען אינאיינעם, פארברענגען אינאיינעם, און ארבעטן צו עררייכן דעם ציל פון פאראייניגן קארעא, אן דעם וואס מ'זאל דארפן צוקומען צו סיי וועלכע הילף פון אנדערע לענדער. דער פאזיטיווער סטעיטמענט איז געקומען נאך א פרישע זיצונג פון פארשטייער פון ביידע קארעאס נעכטן נאכמיטאג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל