קאליפארניע – די צוויי גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס און סאציאלע מידיא פלאטפארמעס, טוויטער און פעיסבוק, האבן אין די לעצטע טעג געמאלדן אז זיי האבן גענומען שריט צו מאכן זייערע פלעצער מער אויטענטיש און אויסגעהאלטן. פעיסבוק'ס גרינדער און פירער, מארק זאקערבערג, האט געזאגט אז פון היינט און ווייטער וועט די פירמע זיכער מאכן אז אירע 2 ביליאן מיטגלידער לייענען בלויז אויסגעהאלטענע און אויטענטישע נייעס באריכטן, וואס זי וועט באשטימען וואס ס'איז אויטענטיש און אויסגעהאלטן, דורכ'ן דורכפירן אויספרעג-אנקעטעס ביי די מיטגלידער איבער וואס זיי האלטן אז ס'איז אויטענטיש. טוויטער, וועלכע האלט אינמיטן אויספארשן וויאזוי רוסישע רעגירונג גרופעס און שפיאנען האבן גענוצט איר פלאטפארמע צו פארשפרייטן פראפאגאנדע אין לויף פון די יאר 16' פרעזידענט קאמפיין, וועט אין די נאענטע טעג ארויסשיקן אימעילס צו ארום זיבן הונדערט טויזנט אמעריקאנער מיטגלידער, זיי איינצומעלדן איבער רוסישע פראפאגאנדע וואס זיי האבן געלייענט, אדער אומוויסנדיג ארומגעשיקט און מיטגעטיילט מיט אנדערע מיטגלידער, אין לויף פונעם וואל-סעזאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל