וואשינגטאן סטעיט – א שפיטאל אין קירקלאנד, וואשינגטאן איז אפגעשפארט געווארן פאר איבער א שטונדע, נאכדעם וואס אן ערנסטע שרעק איז אנטשטאנען צוליב א... שירעם. דער אינצידענט האט פאסירט אינעם עווערגרין מעדיקל צענטער אין קירקלאנד, וואו אן ארבעטער האט באמערקט א באזוכער טראגן אויפ'ן רוקן א גרויסן זאק, פון וועלכע עס האט זיך ארויסגעשטעקט א גרויסע שווארצע שטעקן. דער ארבעטער האט באלד אלארמירט די פאליציי איבער א פארשוין מיט א מעגליכן גרויסן רעוואלווער, און די פאליציי זענען אנגעקומען און געשטעלט די גאנצן שפיטאל געביידע אונטער לאקדאון, נישט ערלויבנדיג דעם עמורדזשענסי רום אנצונעמען פרישע פאציענטן, און אויך דאקטוירים און באזוכער זענען באפוילן געווארן צו בלייבן אין די צימערן איינגעשפארט. דער שפיטאל האט באלד ארומגעשיקט א בילד פונעם פארשוין מיט'ן אביעקט, אויף אלע סקרינס לענגאויס דעם שפיטאל, און דער מאן אינעם בילד האט זיך דערקענט און האט אנגערופן די פאליציי, זיי צו לאזן וויסן אז דער אביעקט איז א פשוט'ער שירעם. דער לאקדאון איז באלד אראפגענומען געווארן און דער פארשוין איז געלאזט געווארן גיין אן קיין פראבלעמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל