וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט, אז דער סופרים קאורט וועט ענדליך אנהייבן אויסהערן דעם קעיס איבער דער וואסער קריגעריי וואס הערשט צווישן פלארידע און דזשארדזשיע. די צוויי סטעיטס טיילן מיט א גרעניץ, און זיי קריגן זיך שוין יארן לאנג איבער'ן וואסער פון דער "אפאלעשיאקאולע" טייך, פאר וועמען עס באלאנגט און וועלכע סטעיט עס האט רעכט צו נעמען מער פונעם וואסער פאר זייער באנוץ. ביז יאר 13' איז פלארידע געווען פארהעלטנסמעסיג שטיל, וויבאלד די פישעריי אינדוסטריע אין דזשארדזשיע האט צוגעשטעלט גאר א סאך געפאנגענע פיש פאר פלארידאנער איינוואוינער, אבער אין יאר 13' איז די פישעריי אינדוסטריע אין דער אפאלעשיאקאולע טייך צוזאמגעפאלן, ברענגענדיג אז פלארידע זאל אריינגעבן אן אנקלאגע קעגן דזשארדזשיע, איינצוצוימען זייער וואסער באנוץ. אצינד וועט דער סופרים קאורט ארויסגעבן אן ענדגילטיגן אורטייל, צי די סטעיטס דארפן זיך איינטיילן גלייך אויף גלייך, אדער איין סטעיט האט מער רעכט ווי די צווייטע.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל