וואשינגטאן – פרישע קריטיק האט מען נעכטן געהערט איבער'ן טעגליכן סקעדזשועל פון פרעזידענט טראמפ, נאכדעם וואס "עקסיאס" האט באריכטעט אן אויפדעקונג, אז דעם פרעזידענט'ס טאג הייבט זיך אן ערשט אום 11 אזייגער. לויט'ן עקסיאס באריכט, האט דאס ווייסע הויז אוועקגעשטעלט די ערשטע שטונדן פונעם טאג, ביז 11 אזייגער, אלס "עקזעקוטיווע צייט", וואס אפיציעל הייסט דאס אז דאן געפנט זיך דער פרעזידענט אינעם אוועל אפיס פאר טעלעפאן קאלס און זיצונגען, אבער ווייסע הויז קוועלער האבן געזאגט פאר עקסיאס, אז ביז 11 אזייגער קומט טראמפ ניטאמאל אראפ פון דעם פריוואטן רעזידענץ אינעם ווייסן הויז, נאר ער בלייבט דארטן מיטצוהאלטן נייעס דעקונג און ארויסשיקן טוויטער מעסעדזשעס. אין רעאקציע צום ארטיקל, האט ווארטזאגער סערע סענדערס געזאגט אז די צייט ביז 11 אזייגער איז א געמיש פון זיך געפינען אינעם רעזידענץ, טעלעפאן קאלס מיט קאנגרעסלייט און אנדערע זאכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל