וואשינגטאן – אין אן איבערראשנדן באשלוס, האט די פעדעראלע ענווייראמענטאלע פראטעקשאן אגענטור צוריקגעצויגן פון א פריערדיגן ערלויבעניש וואס זי האט געגעבן פאר א נייער מינע גראבונג. די רעדע איז פון דער "פעבעל מינע," וועלכע האט געזאלט געגראבן ווערן אין דעם בריסטאל בעי ראיאן אין אלאסקע, וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט אין יאר 14' געהאט בלאקירט דאס גראבן די מינע, מיט דער טענה אז עס זענען פארהאן צופיל זארגן איבער די ענווייראמענטאלע אימפאקט דערפון, און איבער די סכנות וואס עס וועט עווענטועל ברענגען פאר די ארבעטער, וואס וועלן זיך טעגליך געפינען אונטערערדיש אין דער מינע. אבער די טראמפ אדמיניסטראציע האט אריגינעל יא געהאט געשאנקען ערלויבעניש פאר דער מינע, און פרעזידענט טראמפ האט עס אפילו ארויסגעהויבן אלס איינס פון זיינע שטארקע עררייכונגען, ארויסצונעמען די פעדעראלע רעגירונג פון מענטשן'ס לעבנס און לאזן ביזנעסער האבן מער פרייהייט. דעריבער קומט עס אלס א גרויסע איבערראשונג, אז די אדמיניסטראציע האט צוריקגעצויגן דערפון, און וועט דערווייל אויך בלאקירן דאס גראבן די נייע מינע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל