וואשינגטאן – די אמעריקאנער אוויאציע פירמע "באואינג" האט פארלוירן א מאסיווען קאמף מיט איר קאנאדישן קאנקורענט "באמבארדיער". דער קאמף איז טייל פון די פארשידענע האנדלס אנגעצויגנקייטן וואס הערשט אין די לעצטע יארן צווישן אמעריקע און קאנאדע, ווען פירמעס פון ביידע לענדער באשולדיגן זיך איינער דעם צווייטן אין מאניפולירן די מארקעטס צו בלאקירן דעם אנדערן'ס פראדוקטן. דער קאמף איז געווען איבער דעם וואס אמעריקאנער לופטליניעס האבן געוואלט אפקויפן פון דער קאנאדישע "באמבארדיער" פירמע איר נייעסטע סארט קאמערציאלע פליגער, און באואינג האט פרובירט צו לייגן דרוק, קלאגנדיג באמבארדיער פארנט פון דער "אמעריקאנער אינטערנאציאנאלע האנדלס קאמיסיע", וועלנדיג אז די קאמיסיע זאל ארויפשטעלן א הויכן אימפארט שטייער אויף די פליגערס. למעשה האט די קאמיסיע געאורטיילט לטובת באמבארדיער, וועלכע וועט קענען אריינשיקן אירע פליגערס קיין אמעריקע אן צו דארפן אויסשטיין א ספעציעלן שטייער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל