וואשינגטאן – אין א העכסט-אינטערעסאנטער און זעלטענער זיצונג אין ווייסן הויז, האט פרעזידענט טראמפ נעכטן געזאגט, אז ער וויל זייער שטארק אז די דעמאקראטן און רעפובליקאנער זאלן קומען צו א פארשטענדעניש איבער די אישו פון "דאקא", דאס הייסט די באשיצונג פון יונגע אומלעגאלע אימיגראנטן קעגן דעפארטאציע. די זיצונג צווישן טראמפ און סענאטארן און קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען האט געזאלט זיין פארמאכט פאר די מידיא, אבער טראמפ האט געלאזט די מידיא זיך געפונען ביי א גרויסן טייל פון דער זיצונג, רעדנדיג צו זיי ארום א שעה צייט. טראמפ האט געזאגט אז ער וועט אונטערשרייבן א דיעל צו ערלויבן די יונגע אימיגראנטן צו פארבלייבן אין לאנד, אבער ער וויל אז דער ביל זאל אויך אנטהאלטן נייע גרעניץ-וואך מאסנאמען, הויפטזעכטליך די וואנט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל