לאס אנדזשעלעס – אמווייניגסטנס 6 זענען אומגעקומען נעכטן, ווען עס האבן פאסירט מאסיווע מאראסט גליטשן אין טיילן פון צפון קאליפארניע. די מאראסט גליטשן זענען געקומען אלס רעזולטאט פון שווערע רעגן שטורעמס וואס האבן זיך אראפגעלאזט אינעם ראיאן, און האבן ספעציפיש שווער באטראפן די געגנטער וואו עס האט געברענט דאס היסטארישע "טאמעס" וואלדפייער ביז מיט עטליכע טעג צוריק, זייענדיג דאס גרעסטע פייער אין קאליפארניע'ס היסטאריע. דאס פייער האט שטארק אפגעשוואכט די בערגיגע ראיאנען פון ווענטורא קאונטי און סאנטא בארבארא, און אויטאריטעטן האבן מאנטאג געווארנט אז מ'זאל עוואקואירן צוליב מעגליכע מאראסט גליטשן. די 6 זענען אומגעקומען נאכ'ן באגראבן ווערן אונטער הויפנס מאראסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל