דער דעספאט פון נארט קארעא קים יאנג אָן האט נעכטן אויסגענוצט זיין טראדיציאנאלע באגריסונג צום נייעם יאר צו מעלדן פאר זיינע אונטערטאנען און פאר די וועלט אז די נוקלעארע פראגראם פון נארט קארעא איז שוין פולשטענדיג אין טאקט, און פונקציאנירט שוין מיט די פולסטע מעגליכקייטן. ער האט באצייכנט דעם פארלאפענעם יאר אלס א יאר ווען נארט קארעא האט זיך פארזיכערט קעגן אויסערליכע דראאונגען קעגן דעם רעזשים, ״דאס קנעפל צו ארויסשיקן א נוקלעארער מיסיל זיצט אויף מיין טישל, און אונזערע מיסילס קענען גרייכן יעדן פונקט אין די פאראייניגטע שטאטן״

דער דיקטאטור האט אבער גענוצט א מילדע טאן אין זיין רעדע און אונטערגעשטראכן אז דאס רעזשים זוכט נישט קיין קאנפליקט ״דאס איז נישט קיין דראאונג, איך טוה בלויז ארויסלייגן די פאקטן, מיר זענען א נוקלעארע מאכט און קיין שום לאנד זאל זיך נישט וואגן צו עפענען א קריג מיט אונז״ און דאן האט ער געזאגט אז זיין רעזשים זוכט צו אנקניפן בעסערע באציאונגען מיט דרום קארעא און מיט די וועלט.

ער האט אין זיין רעדע פארגעשלאגן צו שיקן א גרופע פון נארט קארעאער ספארט שפילער צום ווינטער אלימפיאדע וואס ווערט אפגעהאלטן אין סאוט קארעא, עס איז געווארן אויסגעדריקט זארג דורך פילע איבער די מעגליכקייט אז נארט קארעא וועט שטעלן א געפאר אויף די אלוועטליכע שפילן וואס ווערן אפגעהאלטן אין סאוט קארעא, און דער דיקטאטור האט געזאגט אז ער האפט אז אויב א גרופע פון זיינע שפילער וועלן זיך באטייליגן וועט עס שיקן א מעסעדש אז זיין לאנד זוכט צו לעבן אין שלום מיט אירע שכנים.

בילד: קים יאנג אָן אין רעדע צום נייעם יאר: דאס נוקלעארער קנעפל זיצט אויף מיין טישל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל