אין די לעצטע טעג קומען פאר שטורמישע פראטעסטן אין קינשאסא, די הויפטשטאט פון קאנגא, קעגן דעם רעזשים פונעם פרעזידענט דשאוסעף קאבילא, נאכדעם וואס ער איז נישט נאכגעקומען א צוזאג צו פאררופן פרישע וואלן ביז צו די ענדע פון 2017, און האט עס אפגעשטופט ביז צום ענדע פון 2018, און זיינע קעגנער זענען באזארגט אז דער וועט אין די צייט ארבייטן אויף צו טוישן די קאנסטיטוציע וואס טוט ארויפלייגן טוירם לימיט׳ס אויף פרעזידענטן, און וועט זיך דערקלערט אלס הערשער פון לאנד, אזוי ווי עס האט פאסירט אין פילע ארומיגע לענדער.

די אויטאריטעטן האבן רעאגירט גאר ברוטאל צו די פראטעסטן און פאראדנט א גענצליכע שאט-דאון אויפ׳ן הויפטשטאט, ארעסטירנדיג צענדליגע און אומגעברענגט אמווייניגסטנס 7 פראטעסטירער. און די שטאט קינשאסא - מיט אירע צען מיליאן איינוואוינער - איז פארוואנדלט געווארן אין א מיליטערישע זאנע, ברענגדיג זארג איבער א באנייעטע בירגער קריג, וואס האט שוין געקאסט מיליאנען לעבנס אינעם לאנד.

דער פרעזידענט האט פארשפראכן צו אפהאלטן וואלן ביי די ענדע פון 2018, און אפטרעטן נאכדעם, אבער אינטערנאנציאנאלע עקספערטן זאגן אז ווארשיינליך וועט ער אויסנוצן די קומענדיגע יאר צו צופאסן דאס געזעץ פאר זיינע געברויכן און מעגליך לויפן פאר נאך א טערמין, אדער גענצליך אפרופן די וואלן. די פעלקער פאראיין האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זי דרוקט אויס זארג איבער די סיטואציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל