א וואכזאם אויג פון אן אנוועזנדן סאלדאט האט צעשטערט די פלענער פון דריי אראבישע שוועסטערס דורכצופירן א שחיטה אין מערת המכפלה.

די דריי אראבקעס, איינוואוינערס פון א דערפל נעבן חברון, זענען אריינגעקומען אין מערת המכפלה, ווען א סאלדאט האט אויפגעכאפט עפעס אויפפאלנד מיט זייער אויפפירונג.

די דריי זענען אפגעפירט געווארן אין א זייט, און נאך א קורצער אונטערזוכונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די שוועסטערס זענען געקומען באוואפנט מיט מעסערס, גרייט דורכצופירן א שחיטה דארט אינעווייניג.

די דריי זענען אפגעפירט געווארן אין תפיסה, וואו די אינסטאנצן וועלן אויספארשן צו דערגיין אויב זיי זענען טייל פון א גרעסערער גרופע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל