דער פרעזידענט האט היינט אין זיין טעגליכע טוויטער רוטין ציטירט אן אנקעטע פון ״קוויניפעק״ וועלכע זאגט אז 66% פון אמעריקאנער וויילער זענען ביי די מיינונג אז די עקאנאמיע איז אין א גוטע אדער אויסנאם גוטע צושטאנד, אבער דער פרעזידענט האט פארזען אז אינעם זעלבן אנקעטע האבן 69% פון די אויסגעפרעגטע געזאגט אז דער פרעזידענט איז אומסטאביל, און 57% האבן געזאגט אז ער איז נישט צוגעפאסט צו דינען אלס פרעזידענט. אזוי אויך האבן א מערהייט פון 49% געגעבן קרעדיט פאר די גוטע עקאנאמיע פאר די אבאמא אדמיניסטראציע און בלויז 40% פאר פרעזידענט טראמפ. דער זעלבער אנקעטע שטעלט די צופרידנהייט ראטע פונעם פרעזידענט ביי די היסטאריש נידריגע ציפער פון 36%. אבער ווען עס קומט צו די פראגע איבער באהאנדלן די עקאנאמיע באקומט דער פרעזידענט פיל בעסערע ציפערן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל