צווישן רעפובליקאנער מיטגלידער אינעם אויספארשונג קאמיטע אין סענאט הערשט שטארקע אויפברויז אויף סענאטארשע דיאנע פיינסטיין וועלכע האט - אין אן איינזייטיגע שריט - פארעפנטליכט די פולע טראנסקריפט פון אן אינערליכע פארהער וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אינעם סענאט קאמיטע פאר געלן סימסאן, דער אנפירער פון די פאליטישע פארש גרופע ״פיוזשען דשי-פי-עס״. דער פארהער איז געווען איבער די פארלעסליכקייט פון א באריכט וועלכע זיין פירמע האט צוזאמענגעשטעלט קעגן די טראמפ קאמפיין איבער זייערע פארבידונגען מיט רוסלאנד, א באריכט וועלכע איז געשריבן געווארן דורך דעם בריטישן שפיאן קריסטאפער סטיל און איז באקאנט אלס דער ״סטיל דאסיער״.

בילד

לייענט די איבריגע ארטיקל

דער טראנסקריפט אנטהאלט איבער 300 זייטן אין וועלכע סימסאן לייגט ארויס זיין ווערסיע פון די געשיכטע און טוט ענטפערן אויף פראגעס פון סענאטארן פון ביידע פארטייען, די פארהער איז געקומען אויף די פארלאנג פון רעפובליקאנער וועלכע האבן געזאגט אז די אויספארשונג וואס די עף-בי-איי האט אונטערגענומען איז געווען באזירט אויף דעם באריכט, וועלכע פארמאגט פילע אומקראנטע אינפארמאציע, אינעם טראנסריפט זאגט סימסאן אז די עף-בי-איי האט אויסגעדריקט אינטערעס אינעם באריכט נאכדעם וואס זיי האבן שוין געהאט אינפארמאציע פון אנדערע קוועלער איבער רוסלאנד׳ס פרואוון צו אינפילטרירן די וואלן.

דער ״סטיל דאסיער״ שטייט אין צענטער פון א העפטיגע פארטייאישע דיסקוסיע, אין די צייט וואס די רעפובליקאנער צייגן אָן אויף די פילע באזיסלאזע אינפארמאציע אינעם באריכט טוען די דעמאקראטן אנווייזן אויף פארשידענע דעטאלן אינעם באריכט וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין קראנט אין לויף פון די עף-בי-איי אויספארשונג. די רעפובליקאנער טוען אין די עפנטליכקייט אראפרייסן סטיל אבער אינעם פארהער טוט סימסאן אים פארטיידיגן אין מאָלט אים אראפ אלס א גאר ערנסטער עקספערט און אז ער האט געטון זיין ארבייט מיט׳ן ציל צו דערגיין דעם אמת און נישט בלויז צו אראפרייסן די טראמפ קאמפיין.

רעפובליקאנער אינעם קאמיטע, ספעציעל דער פארזיצער טשאק גרעסלי האבן שטארק פארדאמט די איינזייטיגע שריט פון דיאנע פיינסטיין און זאגן אז עס טוט אונטערמינעווען די ארבייט פונעם קאמיטע, און זאגן אז זיי באטראכטן לעגאלע שריט צו אפהאלטן אז עס זאל קענען פאסירן אינעם צוקונפט. עס איז אבער אנגעוויזן געווארן אז פון א לעגאלע אספעקט האט פיינסטיין די רעכט דערצו, און איר ציל איז געווען צו אפשטעלן א באוועגונג פון רעפובליקאנער רעטאריק קעגן סימסאן און סטיל, אזש אז געוויסע סענאטארן האבן אויפגעברענגט א פארלאנג צו עפענען א קרימינאלע אויספארשונג קעגן זיי, דער טראנסקריפט טוט אראפמאלן די ביידע לייט אין א בעסערע ליכט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל