אידישע וועטער באריכט


נאך גאנץ א שיינע קיהלע טאג, וועט ווערן מער פארוואלקענט איבערנאכט. מיט וואלקענס און ווינטן פון די מילדע דרום, וועט עס בלייבען מילד היינט נאכט. מארגן בלייבט פארוואלקענט און מילד, און מיר קענען זעהן די ערשטע 50'ערס אין א לאנגע צייט. א שטורם, צוזאמען מיט אפאר פראנטס, וועט ברענגען רעגן, מעגליך שווער פון צייט צו צייט, אנהויבענדיג דאנערשטאג נאכט און פרייטאג. אסאך רעגן, צוזאמען מיט ווארעמע טעמפרעטורס און שניי אויפן ערד וואס צולאזט זיך, מיינט אז מען קען זעהן פלאדינג. די רעגן גייט ווייטער, ביז שבת מיטאג. אין העכערע אפסטעיט פלעצער, קען זיך די רעגן ענדיגען, ווי אביסעל שניי אדער אייז. שפעטער שבת נאכמיטאג, וועט ווערען אסאך קעלטער, און עס בלייבט דעמאלטס קאלט קומענדיגע וואך, מיט א מעגליכקייט פאר שניי ארום דינסטאג.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-🌛☁️38
דאנערשטאג -🌥52
נאכט-☔️52
פרייטאג-☔️60
שבת-🌧/🌤48⬇️35
זונטאג-🌤28
מאנטאג-🌤28
דינסטאג-❄️?32
מיטוואך -🌤28

לעיקוואד
היינט נאכט-🌛☁️38
דאנערשטאג -🌥55
נאכט-☔️50
פרייטאג-☔️62
שבת-🌧/🌤48⬇️35
זונטאג-🌤30
מאנטאג-🌤30
דינסטאג-❄️?32
מיטוואך -🌤28

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-🌛☁️30
דאנערשטאג -🌥48
נאכט-☔️45
פרייטאג-☔️57
שבת-🌧/🌤40⬇️30
זונטאג-🌤25
מאנטאג-🌤25
דינסטאג-❄️?29
מיטוואך -🌤25

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-🌨📌30
דאנערשטאג -☔️46
נאכט-☔️40
פרייטאג-☔️45
שבת-❄️18
זונטאג-🌤10
מאנטאג-🌤7
דינסטאג-🌤🌨12




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל