סאמאליע – נעכטן האבן אייסיס טעראריסטן אין סאמאליע פובליצירט זייער סאמע ערשטע ווידעא, וואס דערמיט איז באפעסטיגט געווארן די רעאליטעט אז אייסיס פארמאגט אן אנוועזנהייט אין סאמאליע. די ווידעא צייגט וויאזוי אייסיס פיגורן אין סאמאליע רופן צו זייערע שטיצער צו "פאנגען און אומברענגען" די וועלכע גלייבן נישט אין איסלאם, און באזונדער צו אטאקירן קירכעס און פובליק מארקעטס. די ערשיינונג פון די ערשטע ווידעא פון אייסיס אין סאמאליע קומט איין מאנאט נאכדעם וואס אמעריקע האט דורכגעפירט די סאמע ערשטע דראון מיסיל אטאקע קעגן אייסיס צילן דארטן.

בילד: אייסיס אפיציעל אין סאמאליע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל