אוקראינע – אומאידענטיפיצירטע פארשוינען האבן אנגעפירקלט אנטיסעמיטישע גראפיטי אויף דריי באזונדערע אידישע געביידעס אין דער שטאט אדעסא, אוקראינע. די גראפיטי האט אריינגענומען די ווערטער "יובעלירנדיג דעם האלאקאוסט" און איז געפונען געווארן ביים צוים פונעם אדעסאר האלאקאוסט מוזעאום, און אויך די ווערטער "אידן ארויס, אוקראינע פאר אוקראינישע", אויפ'ן דרויסנדיגן צוים פונעם בראדסקי שוהל. אויך דער "בית גראנד" אידישע קאמיוניטי צענטער איז וואנדאליזירט געווארן מיט ענליכע אנטיסעמיטישע גראפיטי. די לאקאלע אידן האבן געשיקט א ביטע צו די פאליציי פאר אן אויספארשונג.

בילד: אנטי-אידן גראפיטי אין אדעסא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל