נעבראסקע – 2 פאליציי אפיצירן האבן פארנדיג אויף די אינטערסטעיט 80 שאסיי, אין יארק קאונטי, נעברעסקע, באמערקט ווי א טאיאטע דעקאטע קאר מאכט אן אומלעגאלע מאנעוורע און רוקט זיך אריבער צו אן אנדערער ליניע אן מאכן די סיגנאלן פאר די דרייווערס ארום, האבן די אפיצירן זאפארט אנגעצינדן די לעמפלעך און ארויסגעפלויגן נאך יענעם קאר, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו ווערן געפירט דורך אן אכציג יעריגן פארשוין, מיט'ן נאמען פעטריק דזשעראן (Patrick Jiron), וואס איז געזעסן מיט זיין ווייב, וועלכע איז אין די טיפע 70'ער יארן. ווען די אפיצירן האבן געבעטן די לייסנס און רעגיסטראציע, און געשטעלט פראגעס פון די קאר אייגנטימער, האבן זיי פלוצלינג אנגעהויבן שפירן א שטארקן גערוך פון מאריכואנא. קודם האבן זיי געטראכט אז דער דרייווער איז א דראג-צוגעבונדענער, אבער ביים אונטערזוכן די אויטא, האבן זיי געפונען העכער 60 פונט דראגס! ארויסגעשטעלט האט זיך אז דאס עלטערע פארפאלק האט נעבעך געוואלט פארטיילן דעם סם פאר די אייניקלעך אלס חאגע געשאנק...


בילד: ווען די זיידע-באבע שענקען דראגס...

בילד: פעטריק דזשעראן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל