עטליכע געדאנקן ארום די באפרייאונג פון שלום מרדכי רובאשקין 
פון יוסי געשטעטנער

בילד: ר' שלום מרדכי רובאשקין נאכן באפרייען

פּרעזידענט טראמפּ האט 1) אין די ערשטע יאר פון זיין טערמין 2) ארויס געלאזט איינעם פון טורמע 3) אויפ׳ן ארט 4) אהן דעם וואס אנדערע זאלן אויך ווערן באפרייט אין די זעלבע צייט און 5) דער באפרייטער איז א היימישע איד. דאס איז א פינף-שטאקיגע ברכה וואס איז נאכנישט געווען אין אמעריקע צי סיי ווי אין פרייע וועלט. הודו לה׳ כי טוב און א דאנק אייך פּרעזידענט טראמפּ

די באפרייאונג קומט ניין יאר נאכדעם וואס מען האט דורכגעפירט אַן אבּלאווע אויף רובאשקינ׳ס פּלענט אין אייאווע און זיבן א האלב יאר נאכדעם וואס עס האט זיך אנגעהויבן א קאמפּיין מיט די שטיצע פון טויזנטער מענטשן צו אויפהייבן א וויי-געשריי קעגן דעם אורטייל. מען זעט פון די ווייסע הויז סטעיטמענט וואס האט אין טייל זיך פארלאזט אויף בריוון און מיינונגען געשריבן פינף, זעקס יאר צוריק אז מען קען נישט וויסן ווען און וויאזוי שתדלנות וועט זיך אויסצאלן. נאכמער, די געזעץ געבער וועלכע האבן געשריבן פרישע בריוו די לעצטע שטיק צייט האבן געטאן אזוי אין גרויס טייל צוליב די אלטע בריוון. אלזא ווען עס קומט אונטער אַ צוועק איז גוט זיך אנצוגארטלן מיט לאנג טערמיניגע כוחות

א טייל פונעם לינקע חדר פרעגן הלמאי מען פרייט זיך מיט איינער וואס הייסט א פעלאָן לויט די געזעץ? די תירוץ איז אז כלל ישראל איז געווען אנגעווייטאגט אויף די אומיוסטיץ וואס איז געטאן געווארן קעגן אים; פרייט מען זיך מיט די יוסטיץ וואס איז געטאן געווארן דורך אים. זיך טועה זיין מיט די געזעץ מיינט נישט אז א מענטש דארף פארניכטעט ווערן. ״איר האט געטאן די קריים; זאלט איר טאן די טיים,״ איז דא אַן אויסדריק אין ענגליש. פיין אבער די דעבאטע איז וואס איז די נויטיגע טיים וואס מען זאל זיצן? אין דעם פאל איז קלאר אז באקומען אזויפיל יאר און זיצן אזויפיל יאר קעגן די באשולדיגונגען איז אַן אומרעכט. אלזא ווען די אומרעכט איז פארראכטן געווארן - נאך יארן וואס כלל ישראל און אנדערע האבן גע׳שתדל׳ט יעדער לויט זיין מעגליכקייט - פרייט מען זיך אז יוסטיץ איז געטאן געווארן

די ענדגילטיגע שפּיץ איז אז די איבערפאל אויף רובאשקינ׳ס פּלענע איז געקומען נאך יארן וואס די מידיא און אקטיוויסטן האבן געהאקט אויף אים. זעענדיג דאס האבן לינקע פּראקורארן און א רעכטע ריכטער זיך ארויף געווארפן אויף אים. די פּאינט איז נישט אז די רעגירונג זאל איגנארירן זאכן. די פּאינט איז אז ווען און וויאזוי די רעגירונג נעמט זיך צו א זאך זאל עס זיין באלאנצירט און מיט יושר; דאס איז דאך א יסוד אין די ביל אוו רייטס. אבער ווען די מוחות ווערן צוהיצט און פארמישט צוליב העצערייען אין די מידיא וויל שוין קיינער נישט טראכטן גראד. צוליב דעם בעט איך אייביג אז מען זאל ארויס העלפן אין די צוועק פון פארזיכערן אז די מידיא דעקט היימישע אידן נארמאל; עס וואלט פארמיטן אזויפיל ווייטאגן און צרות פאר׳ן כלל און פאר׳ן פּרט; פון פּלאטסוויל און לעיקוואד צו מאַווא און מאנסי. דאס איז אַן אנגייענדע קאמפּיין וואס עפּ״י רוב איז שווער צו מעסטען די סוקסעס אבער מען דארף טאן דערין צו יעדע צייט וואס איך טו ב״ה דורך או דזשעי פּעהק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל