וואשינגטאן – א פרישע פאליטישע ערדציטערניש האט אויפגעטרייסלט די טראמפ אדמיניסטראציע, ווען מען האט פרייטאג געהערט אז טראמפ'ס געוועזענער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, מייקל פלין, האט זיך דערקלערט שולדיג אין געריכט, פאר'ן ליגנט זאגן פאר די עף-בי-איי, ווען זיי האבן אים אויסגעפרעגט איבער זיינע קאמיוניקאציעס מיט רוסישע פיגורן אין לויף פונעם קאמפיין סעזאן און אין לויף פונעם טראנזישאן נאך טראמפ'ס געווינס. לעגאלע עקספערטן זאגן אז פלין'ס שולד דעקלעראציע איז אן אנדייטונג אז ער האט געשלאסן א דיעל מיט ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט די רוסלאנד-טראמפ אויספארשונג, און פלין וועט פון יעצט און ווייטער דערציילן אלע סודות וואס ער ווייסט איבער די פארשידענע שריט פון טראמפ קאמפיין פיגורן צו קאאפערירן און קאמיוניקירן מיט רוסלאנד. לויט באריכטן, האט שוין פלין דערציילט פאר מוללער אז גאר הויכראנגיקע קאמפיין פיגורן האבן אים פארארדענט צו קאמיוניקירן מיט די רוסן, צו שטערן אן אנטי-איזראעל רעזאלוציע אינעם יו-ען.

בילד: פלין דערקלערט זיך שולדיג אין ליגנט זאגן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל