וואשינגטאן – ראבערט מוללער, וועלכער פירט די רוסלאנד-טראמפ אויספארשונג, האט ארויסגעווארפן אן עף-בי-איי אגענט פון זיין אויספארשונג, נאכדעם וואס יענער האט ארומגעשיקט אנטי-טראמפ מעסעדזשעס. דער אגענט איז פיטער סטראזשק, וועלכער איז גענומען געווארן צו העלפן מוללער מיט דער אויספארשונג, אבער נאכדעם וואס מוללער האט געהערט פון אנדערע אגענטן אז סטראזשעק שיקט ארום אנטי-טראמפ מעסעדזשעס, האט ער אים באזייטיגט. מוללער האט דאס געטאן, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז מען זאל שפעטער קענען זאגן אז די אגענטן וואס האבן געארבעט אין דער אויספארשונג, זענען געווען גענייגט קעגן טראמפ און נישט געווען יושר'דיג. קוועלער אינערהאלב די עף-בי-איי האבן געזאגט אז סטראזשעק ווערט באצייכנט אלס איינער פון די בעסטע קאנטער-שפיאנאזש עקספערטן אינערהאלב דער אגענטור, און ער איז אויך געווען פארמישט אין דער עף-בי-איי אויספארשונג איבער פרוי קלינטאן'ס אימעיל סקאנדאל.

בילד: מוללער באזייטיגט אנטי-טראמפ אגענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל