וואשינגטאן – א באריכט צייגט אז אין יאר 2017 איז געווען דאס ערשטע מאל אין זעקס יאר וואס די צאל אמעריקאנער מיליטערישע פאטאליטעטן איז געשטיגן. אלעס אינאיינעם זענען אין יאר 2017 אומגעקומען 33 אמעריקאנער זעלנער אין פארשידענע לענדער, וואס איז מיט 7 מער ווי אין יאר 2016. עקספערטן זאגן אז די העכערונג קומט אלס דירעקטער רעזולטאט פון דעם וואס דאס מיליטער איז פארמישט אין מער לענדער, אריינגערעכנט סאמאליע, ניידזשער און תימן. דאס אמעריקאנער מיליטער האט דערווייל נישט באשטעטיגט די צאל פון 33 אומגעקומענע, און די עקספערטן זאגן אז דאס איז צוליב וואס דאס מיליטער האט אנגעהויבן אלס מער און מער צו נוצן "ספעשל פארסעס" זעלנער פאר מיסיעס, און נישט אלגעמיינע זעלנער, און די טויט-פעלער פון ספעשל-פארסעס, פארבלייבט א לענגערע צייט א געהיימניס, פאר נאציאנאלע זיכערהייט סיבות.

בילד: העכערונג אין מיליטער פאטאליטעטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל