וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן א לענגערן אינטערוויו פאר'ן "ניו יארק טיימס" זשורנאליסט מייקל שמידט, אין וועלכע ער האט אדרעסירט פילע אישוס, און די טעמע פון דער רוסלאנד אויספארשונג איז אויך ארויפגעקומען. טראמפ האט געזאגט אז ער האלט אז ראבערט מוללער, דער פראקוראר וואס פירט די אויספארשונג, וועט אים באהאנדלען יושר'דיג, אבער דערווייל האט מוללער נישט געטראפן קיין שום באווייזן איבער צוזאמארבעט צווישן רוסלאנד און דעם טראמפ קאמפיין (א פונקט וואס טראמפ האט איבערגע'חזר'ט 16 מאל אין לויף פונעם אינטערוויו). טראמפ האט צוגעלייגט אז די גאנצע רוסלאנד אויספארשונג גיט זייער א שלעכטן אימעדזש פאר אמעריקע איבער דער וועלט. צווישן אנדערע אישוס, האט טראמפ געזאגט אז ער איז איבערצייגנד אז ער וועט געווינען ווידערוויילונג, ווייל די מידיא וועט אים אנהייבן דעקן פאזיטיוו, ווייל זיי ווייסן אז אן אים אין ווייסן הויז, וועט די פובליק אינטערעסע אין דער מידיא פאלן.

בילד: טראמפ רעדט צום ניו יארק טיימס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל