וואשינגטאן – אן אנאליז פון דער קאנסערוואטיוו-גענויגטער "וואל סטריט זשורנאל" צייגט, אז פרעזידענט טראמפ, וועלכער וואקאציאנירט יעצט אין זיין מאר-א-לאגא רעזארט ארט אין פאלם ביעטש, פלארידע, האט דערווייל געשפענדעט א דריטל פון זיינע טעג אלס פרעזידענט ביי איינע פון זיינע פראפערטיס. אלעס אינאיינעם האט שוין טראמפ באזוכט זיינע פראפערטיס הונדערט מאל אלס פרעזידענט, אריינגערעכנט פערציג טעג ביי זיין גאלף רעזארט אין ניו דזשערסי און פערציג טעג אין זיין מאר-א-לאגא גאלף רעזארט אין פלארידע. פילע קריטיקירן דאס, זאגנדיג אז טראמפ'ס באזוך דינט ווי אן אומעטישע אדווערטייזמענט פאר זיינע פראפערטיס, און דערצו אז ער זעלבסט פלעגט קריטיקירן פרעזידענט אבאמא פאר'ן נעמען צופיל וואקאציעס.

בילד: טראמפ און זיינע פראפערטיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל