וויסקאנסין – שווערע וועטערס האבן זיך נעכטן אראפגעלאזט אויפ'ן גאנצן לאנד, ווען אינעם נארט-איסט ראיאן האבן געבושעוועט שווערע בליזארד שנייען, און אינעם מידוועסט ראיאן האט געהערשט ציפעדיגע פראסטן. מאטאריסטן אין מעין, ווערמאנט, ניו העמפשיער, מאסעטשוסעטס און קאנעטיקוט האבן זיך געפלאגט מיט שניי אזוי הויך ווי צען אינטשעס, און ווינטן ביי א שטארקייט פון פופציג מייל פער שטונדע, וואס האט געמאכט דאס דרייוון אויף די שאסייען אן ערנסטער געפאר. אין דער זעלבער צייט האט מען זיך אינעם מידוועסט ראיאן, אריינגערעכנט אין די סטעיטס מישיגען, אהייא, אייאווע, וויסקאנסין, מיזורי, מינעסאטע און נעבראסקע, געגרייט אויף פראסטן פון אונטער זערא דעגרי פארנהייט פאר די קומענדיגע פאר טעג, אריינגערעכנט אויף עטליכע פלעצער וואו ס'וועט מיט די ווינטן זיין 30 אונטער זערא!

בילד: שווערע וועטערס איבער'ן לאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל