אין די לעצטע וואכן קומט פאר א באוועגונג אין וואשינגטאן צו אויסרייניגן די קארידארן פון קאנגרעס און סענאט פון געזעצגעבער אויף וועלכע עס זענען דא באקלאגענישן איבער געמיינע אויפפירונג, און היינט איז געקומען די רייע אויף דעם דעמאקראטישן סענאטאר על פרענקען פון מינאסאטע אויף וועמען עס צירקולירן שוין קלאנגען עטליכע וואכן איבער זיך באצווינגען אויף א פרוי, דער סענאטאר האט טיילווייז געלייקנט און געזאגט אז ער וועט קאאפערירן מיט די עטיקס קאמיטע אין סענאט צו אויספארשן די געשיכטעס.

און אין די לעצטע טעג זענען אפירגעקומען ענליכע געשיכטעס. און היינט האבן א גרופע פון דעמאקראטישע פרויען סענאטארן גערופן פאר זיין באלדיגע רעזיגנאציע, די מעלדונג איז געמאכט געווארן ביי א פרעסע קאנפערענץ פאררופן דורך די ניו יארקע סענאטארשע קריסטין דשילעבראנד אינאיינעם מיט א רייע סענאטארן פון ביידע פארטייען.

באלד נאכדעם האט דער פארזיצער פון די דעמאקראטישע פארטיי טאם פערעז אונטערגעשטיצט דעם רוף און געזאגט אז די פארטיי האט נישט קיין טאלעראנץ פאר מענטשן וואס ווערן באשולדיגט אין אומווערדיגע שריט, און דערנאך האט די אפיס פון פרענקען געזאגט אז ער וועט מארגן מאכן א אפיציעלע מעלדונג, און די שפעקולאציעס זענען אז ער וועט מעלדן זיין רעזיגנאציע.

בילד: דעמאקראטישע סענאטארן רופן פאר על פרענקען צו רעזיגנירן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל