דאנעלד טראמפ דשוניאר איז היינט נאכאמאל אראפגעקומען פארנט פון א הויז אויספארשונג קאמיטע, פאר א פארהער וואס ווערט אפגעהאלטן אונטער פארמאכט טירן, ער איז ערווארטעט צו ווערן אויסגעפרעגט איבער א זיצונג וואס ער האט געהאט מיט א רוסישע לויערקע אין וועלכע ער האט געזוכט הילף פון רוסלאנד צו באקומען שאנדפולע אינפארמאציע איבער קלינטאן. און איבער זיינע דירעקטע קאמיוניקאציע מיט וויקיליעקס, און אזוי אויך איבער די פראגע אויב זיין טאטע האט געוויסט איבער די ליגנטס וואס ער האט געזאגט אין אנהויב איבער די זיצונג מיט די לויערקע אז עס איז געווען איבער א לעגאלע פראבלעם פון אדאפטירונגען פון רוסישע קינדער אין אמעריקע.

בילד: טראמפ דשוניאר ווערט אויסגעפרעגט דורך קאנגרעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל